Amb. 'Dani Dayan' at BPJCC Chanukah Party: I'm A Skvere Chusid...
דרג סרטון זה
התחבר כדי לדרג
תיאור
אנוועזענדע ביי די חנוכה צערמאניע אפגעהאלטן דורך די BPJCC אין די בארא-פארק הויפטקווארטיר זענען איבערראשט געווארן ווען דער באקאנטער מדינת ישראל קאנסולאט גענעראל אמבאסאדער דני דיין האט ביים אדרעסירן די פאליטישע באאמטע און חרדי'שע עסקנים דאס ערשטע מאהל גערעדט איבער זיין קשר צו סקווירא און געזאגט כאטש ער איז א ציוני האלט ער זיך פאַר א פולע סקווערער חסיד. היינט מאנטאג מיטאג איז פארגעקומען אין הארץ פון ברוקלין באשיידענע חנוכה צערמאניע אין די צענטער פון די בארא פארק אידישע קאמיוניטי קאנסול עס האבן אנטייל גענומען ברוקלין בארא פרעזידענט עריק עדעמס, סטעיט סענעטאר שמחה פעלדער, קאנסולמאן קלמן יעגער, קאנסולמאן מעטוי עגווען, ניו-יארק פאליציי טשיף ראביי אלווין קעס, און אידישע עסקנים ווי ר׳ אברהם יעקב פריעדמאן, ר׳ דוד שווארץ און ר׳ יודל פערלשטיין. דער אווענט איז צושטאנד געקומען בהשתדלות העסקן החשוב ר׳ אשר טייטלבוים. א ספעציעלע גאסט רעדנער וואס איז געקומען פון מאנהעטן צו געבן א רעדע איידערן צינדען די מנורה איז געווען אמבאסאדאר דני דיין. דיין איז נאמינירט געווארן דורך פרעימער מיניסטאר נתניהו סוף 2016 צו דינען אַלץ דער קאנסולאט גענעראל פון מדינת ישראל אין ניו יורק, נאכדעם וואס בראזיל האט צוריקגעוויזן מדינת ישראל׳ס ביטע צו שטעלן דיין אַלץ אמבאסאדאר צו בראזיל. ר׳ אבי גרינשטיין דער פארזיצער פונעם בארא פארק אידישע קאמיוניטי קאנסול האט פארבעטן אמבאסאדאר צו אדרעסירן די אנוועזענדע, אמבאסאדאר דיין האט אנגעהויבן זיין רעדע זאגענדיג ער איז א סקווירא חסיד און דערציילט אז האלט שוין אן יארן א קשר מיט כ״ק אדמו״ר מסקווירא שליט״א און האט שוין באזוכט ביי איהם אין שטוב. די צוהערער האבן באוואונדערט ווי דער אמבאסאדאר האט באוויזן זיינע קענטעניסן און אידיש און האט שטאלצירט מיט דעם אז זיין עלטער זיידע הרה״ח ר׳ פנחס דיין ז״ל איז געווען דער מכניס אורח פון האדמו״ר מסקווירא זצ״ל אין דזשאשקאוו אוקריינא.