Beiglech - Michoel Schnitzler - Lipa Shmeltzer [Munkatch Camp] בייגעלעך - מיכאל שניצלער - ליפא שמלצר
דרג סרטון זה
התחבר כדי לדרג
תיאור
#MunkatchCamp #LipaSchmeltzer #MichoelSchnitzler די שיינע פראיעקטן וועלכע ווערן אהערגעשטעלט מיט פראכט און תוכן אין "מחנה חיים ושלום מונקאטש" זענען א נחת און אינספיראציע פאר טויזענטער עלטערן, זיידעס-באבעס, און פאר די קינדער וואס לייגן אריין זייער הארץ און געוואלדיגע כוחות, זיך מאכנדיג די בעסטע זיכרונות צו געדענקען אלעמאל. די הערליכע פראיעקטן זענען אבער אויך געווארן גאר פאפולער ביי די גאנצע גאס, ווען אידן לעכצן צו באקומען גריסן פון די לעבעדיגע זומער בערג, וואו די קינדער וויילן דורכאויס דעם זומער און די פארלאנגען פאר מער, שטייגן פון טאג צו טאג. ווי אין די לעצטע דריי זומערס האבן מיר אויך היי יאר אריינגעלייגט גרויסע כוחות, טראץ וואס די קאראנעוויירוס עפאכע האט באגרעניצט אונזערע מעגליכקייטן און די קינדער האבן פאכמאניש אויסגעשפילט דעם הערליכן אלטן 'בייגעלע' ניגון פון די בארימטע אידישע לידער סעריע געזינגען דורך ר' מיכאל שניצלער שי'. דער ניגון איז געווארן קאמפאזירט און געשריבן דורך ליפא שמעלצער שי'. עס ברענגט ארויס די הערליכקייט פון לערנען תורה, ווי אידן נדיבים בעם האבן זיך געלאזט קאסטן געלט אז א יונגעלע זאל קענען לערנען אנשטאט ארומגיין פארקויפן בייגעלעך, און דער אינגל איז אויסגעשטיגן דער הייליגער מאור ושמש זי"ע. דער פראיעקט ווערט פרעזענטירט צו אייך דורך דער המחנכים, הרב וועלוול שמעלצער שליט"א - דער ראש המדריכים, און הרב משה שמואל דייטש שליט"א - זיין סגן, וועלכע לייגן אריין אומבאשרייבליכע כוחות דורכאויס דעם גאנצן יאר און ספעציעל במשך זומער אויף די הצלחה פון די קעמפ און מאכן זיכער יעדער יונגל באזונדער זאל שיינען מיט צופרידנהייט. דער ניגון ווערט אויסגעשפילט און אהערגעשטעלט דורך די אויסגעצייכנטע קינדער כיתה ז (מחנה מרפסת), און זייער געטרייער מדריך ר' אהרן יודא ווייזער שליט"א. א ספעציעלן דאנק צו ר' ארון ליב לענעראוויטש שליט"א, ר' אלימלך ליכטנשטיין שליט"א און צו אלע טאלאנטפולע מדריכים אין מחנה חיים ושלום מונקאטש. קוקט און האט הנאה! קרעדיטס קאמפאזיציע און גראמען: ליפא שמעלצער געזינגען דורך: מיכאל שניצלער Follow, The Yiddishe Vinkel platform YouTube: http://www.youtube.com/c/YiddisheVinkel Instagram: https://www.instagram.com/YiddisheVinkel Telegram: T.me/YiddisheVinkel Twitter: https://twitter.com/YiddisherVinkel WhatsApp: https://goo.gl/pD6RGm Website: https://YiddisheVinkel.com Follow Power On Studios https://instagram.com/poweronstudios?igshid=1iy46j05uzcia