״דער גראם״ - מאטי אילאוויטש - מחשבות | The Gram - Motty Ilowitz - Machshovos
דרג סרטון זה
התחבר כדי לדרג
תיאור
א גאנצער נאכט שוין - פארבראכט שוין - געטראכט שוין - פון לאנג אהיימגיין פון זאל געטאנצן יעדע ליד שוין – ער איז מיד שוין – און מען ציעט שוין – אסאך מער ווי נארמאל, ביים טיר שוין ער גייט דארט – ער שטייט דארט – פארביי דארט – עס גייט א אינגערמאן מיט א שאל דער בדחן?! ער כאפט שוין – ער סטאפט שוין – און בלייבט שוין – ער וויל נישט אהיים גיין בכלל. מען קען זיין א מידער – פון לידער – און גערודער – דאך גראמען האט א פאטענט יעדן אינטערסירט עס – מען שפירט עס – בארירט איז – דאס הארץ, פון דעי מאמענט, ביי יעדע מסיבה – די חיבה – און ליבע – וואס ביי אלע מענטשן עס ברענט וועט זיצן אין זאל ער – אן א דאַלער – נאר ווייל ער – וויל הערן די גראמען ביים ענד. זעה נאר דעם פלאם, דעם טעם, אויסנאם וואס עס ליגט אונטער דעם גראם אפאר שורות ברענגט עס צוזאם – ווי איין. שורה'לעך צוויי און דריי, זענען זיי באהעפטן זיי אלע איך גיי עס הערט זיך דאס הערליך געשריי – גאר שיין. מחזורים און סידור, בריוולעך פון ברידער, געדיכטער און לידער, געפאסט און מסודר, עס וועקט אויף דעם מידער, און ווארעמט די גלידער, מיט חן! א שיינע בא'ערונג - ערקלערונג – איינשווערונג – תנאים בלומען און נוסח המציבות אן עד אין די דזשורנאלן – פארפאלן – ס'מוז שטראלן – מיט גראמעלעך און ראשי תיבות, גראמען ארויסגיט זיך - ס'זעץ זיך – ס'רעדט זיך – די ניגון, דאס בריוו'ל אדער סיי וואס וואס סתם ווערטער זאגט נישט – פארמאגט נישט – און טראגט נישט – די זעלבע געפיל און התחייבות. גראמען קען מאכן – לאכן – אויפוואכן – דעם טייל פון שמחה און גליק עס קען וויינען און קלאגן – און זאגן – די פלאגן – וואס אונטערן הארץ עס דריקט, עס קען שפייען - און שרייען – פארצייען – באנייען - א פריינדשאפט פון יארן צוריק דעם שרייבער'ס געפילן – טוט שפילן – קענסט פילן – ווען אויף די גראמען מען קוקט. פזמון "דער רבי ר' בונם - זאגט מען נאך פון אים – אז טיף אינעם – גראם ליגט סודות נוראות. אז ר' אליעזר הקליר – מיט זיינע איינפאלער – געגראמט האט ער ווייל ער - געוואלט ברענגן פילע השפעות (רמתים צופים, אליהו זוטא ב', קי"א) דער בעלזא רב ר' ישכר דוב – זאגט ער דערויף – דער גראמער האט האף – פארשפארן דעם גיהנם אויף שעות. (עזר מקודש, בעלז) אין באבוב גאר גרויס זי איז – די רב זאגט נישט בלויז זי איז – גר"ם איז די אותיות - מ'בטלין ג'זירות ר'עות" (יגילו במלכם, עמ' נז) מ'זעט יוצרות און זמירות – דעי שורות – פון פריער איז – געשריבן מיט גראמען און ליד צדיקים אלס שרייבער – מחבר – מסתבר – א טיפע חכמה עס ציעט, רבי'ס מיט חן זיי – אליין זיי – שטייען זיי – גראמען פאר א צווייטן איד באטראכטן דו דארפסט עס - צו פאסט עס – דאך ווייזט עס – א העכערע ענין דא רועט.