הנפש | מיט הרב משה לייב האגער | ויזוי האט מען זעלב זיכערקייט/בטחון עצמי | עפיזאד1
דרג סרטון זה
התחבר כדי לדרג
תיאור
לתיאור בעברית גללו למטה ברוכים הבאים צו דער ערשטער עפיזאד פון א פאדקעסט אין אידיש: "דער נפש" - פונעם ארגאניזאציע 'תוכן אחד'. א פאדקעסט וועלכע דריגנט אריין איידל – אבער שטארק – צו די טיפסטע פלעצער אין אונז. באלד ביים ערשטן קאפיטל טרעפן מיר זיך אריינגעטון אין א סוגיא וועלכע שטייט אינעם צענטער פונעם מענטשנ'ס 'הלוך ילך', און באגלייט אים אויף יעדן ריר: 'זעלבסט זיכערקייט' און די מעגליכקייטן וויאזוי צו קענען גלייבן און געטרויען אונזערע אינערליכע כוחות. פאר דעם צוועק האט דער טעראפּיסט הרב משה נחמן קלוגר איינגעלאדנט דער באקאנטן מענטאָר הרב משה לייב האגער, וועלכער טוט שוין פאר איבער צוואנציג יאר אין דעם פעלד פון באגלייטן, אויפבויען זעלבסט שטארקייט און אויפדעקן דעם זעלבסט פעסטקייט פון דער פערזענליכקייט – נישט מיט ווארפן שיינע פראזן – נאר אויף גאר א פראקטישע וועג, קלאר און דייטליך. אין לויף פון די אלע יארן, זענען דורכגעגאנגען אונטער זיינע הענט צענדליגער טויזנטער מענטשן: פרישע אינגעלייט, טאטעס פון קינדער-געבענטשע פאמיליעס, און אפילו עלטערע מענטשן, אלעס, מיט דער איינער ציל – אויפצועפענען די כוחות וועלכע געפונען זיך אינערליך אין זייער נפש, און זיך אויסצולערנען וויאזוי דאס צו נוצן ריכטיג. אין דעם קומענדיגן קאפיטל, וועלן מיר דורכטון די שאלה: וואספארא געפיל פארקנאקט אונז - פון צו גלייבן אין זיך זעלבסט? וויאזוי האט זיך אויסגעפארעמט אין אונז די שעמעוודיגקייט וועלכע פארמאכט אונז? פארוואס זעען מיר, ווי אזויפיל קינדער הייבן אן זייער וועג מיט א זיכערקייט און פעסטקייט – אבער פארלירן עס אויפן וועג? מיר וועלן דערהערן און דערגיין, ווי ווייט דער איינפלוס פון זעלבסט זיכערקייט גרייכט און טוישט צום גוטן די גאנצע שטוב, דאס חתונה-געהאטע לעבן, די קינדער און דער גאנצער קוואליטעט פון אונזער לעבן. מיר וועלן אויך רעדן איבער געוויסע אומזעהבארע פחדים, איבער פארשידענע מעכאניזמ'ס וואס מענטשן בויען אויף אין זיך, אויף צו באשיצן זייער עקזיסטענץ – מיטן ציל צו באהאלטן זייער אומזיכערקייט, איבער דעם כח פון קאמפלימענטס, איבער א ריכטיגע קאמיוניקאציע, איבער קריטיק וועלכע בויעט יענעם, איבער דעם וועג וויאזוי מען קען צוגיין צו א פרעמדן מענטש – אן קיין פארלוירנקייט. דער קאפיטל איז ווי דער 'פתיחה' אונז צו מאכן טראכטן, אונז צו געבן א שטופ פאראויס, אונז צו געבן דעם שאקל – אז דער מענטש זאל זיך געבן א שטעל אפּ פאר א סעקונדע, זיך אנהייבן קענען אביסל בעסער, און אנהייבן א פראצעדור פון אן עכטער טויש וועלכע הייבט זיך אן פון אינעווייניג און ענדיגט זיך אינדרויסן. די הויפט טעמעס פון דעם קאפיטל: וואס איז דאס 'זעלבסט זיכערקייט' און וויאזוי בויעט זיך דאס? פון וואנעט קומט די 'בושה' – וואס פארמאכט דעם מענטש? וואס זענען די אינערליכע כוחות וואס יעדער מענטש פארמאגט? פארוואס פארלירן קינדער זייער זיכערקייט – דורכאויס די יארן? וויאזוי איז זעלבסט זיכערקייט משפיע אויפן פארפאלק און אויף די משפחה? ווער זענען די פחדים וועלכע פירן אונז ביי די נאז – אן דעם וואס מיר זאלן דאס אויפכאפן? וואס זענען די וועגן וויאזוי דער מענטש באהאלט זיין אומזיכערקייט? וויאזוי מאכט מען אן עכטער טויש אינעווייניג אינעם נפש? צי איז פארהאן אזא זאך ווי פאזיטיווע קריטיק צווישן מאן/ווייב? ווי ווייט טוט אויף א קאמפלימענט? וויאזוי קען מען צוגיין צו מענטשן – אן זיך שעמען פון יענעם? פאר קאמענטארן און באמערקונגען, אדער צו הערן מער, קענט איר זיך פארבינדן מיט הרב משה נחמן קלוגר שליט"א. אימעיל: L026214666@gmail.com טעלפאן/וואטסאפ: 026214666 שרייבט אייך יעצט איין, צום ווידערזען ביים קומענדיגן קאפיטל! ** צו סובסקרייבן צו ערהאלטן אונזערע אימעילס, שיקט אן אימעיל צו: : t023131400@gmail.com אונזער וועבסייט: https://tochen1.co.il/ אויף גאגל דרייוו: https://drive.google.com/drive/folders/1WdfVYPl40QMezjBIUi3TF_T3XnL7r0Nt?usp=drive_link פאר אונזער האט-ליין רופט: 02-31-31-400 צו סובסקרייבן אויף אונזער וואטסאפ ליסט: https://chat.whatsapp.com/IJL0la0CBSY6p6TvqqlxPd ברוכים הבאים לפרק הבכורה של פודקאסט באידיש "הנפש” מבית "תוכן אחד" – פודקאסט שנכנס בעדינות אך בעוצמה אל המקומות העמוקים ביותר שבתוכנו. כבר מהפרק הראשון אנו עוסקים באחת הסוגיות המרכזיות שמלוות כל אדם: ביטחון עצמי והיכולת להאמין בכוחות הפנימיים שלנו. לשם כך אירח המטפל והמרצה הרב משה נחמן קלוגר את המנטור הנודע הרב משה לייב הגר, העוסק מעל עשרים שנה בליווי, חיזוק והעצמה אישית – בצורה מעשית, בהירה וללא סיסמאות. במהלך השנים עברו תחת ידיו עשרות אלפי אנשים: אברכים, אנשי משפחה ואף מבוגרים בגילאים מתקדמים, כולם עם מטרה אחת – לגלות את הכוח שכבר קיים בהם, וללמוד להשתמש בו נכון. בפרק נעסוק בשאלה מה חוסם אותנו מלהאמין בעצמנו, איך נוצר מחסום הבושה, ולמה כל כך הרבה ילדים מתחילים את דרכם עם ביטחון – אך מאבדים אותו בדרך. נבחן את ההשפעה של ביטחון עצמי על הבית, על הזוגיות, על הילדים ועל איכות החיים כולה. נדבר גם על פחדים סמויים, על מנגנוני הגנה שאנשים בונים כדי להסתיר חוסר ביטחון, על כוחן של מחמאות, על תקשורת נכונה וביקורת בונה, ועל הדרך לגשת לאנשים – גם זרים – בביטחון וללא מבוכה. זהו פרק פתיחה מעורר מחשבה, מעשי ומחזק, שמזמין כל אחד לעצור לרגע, להכיר את עצמו טוב יותר – ולהתחיל תהליך של שינוי אמיתי מבפנים החוצה. 0775017812